אויסצוגן פון די קערעסטירער טאג בוך יום ה' שמות תשע"ח

Letter Head.jpg

Final Kerestir.gif

 

KERESTIR.jpg

ימי החנוכה בצל הקודש

מיר טוען דא מיט אייך מיטיילען די ספעציעלע חנוכה נייעס און באריכטען,

טראץ דעם וואס חנוכה איז א זמן וואס איז "נר איש וביתו" און, אלגעמיין אין איירופע/מקומות הקדושים, - און אפילו עס איז דא אויף געוויסע מקומות הכנסת אורחים א גאנץ יאר- דאך אין די ימי החנוכה איז כמעט נישט שייך אז עס קומען געסט, דאך האבען אידן וואס זענען יא געוועהן אונטערוועגענס מחמת איזו סיבה, געוואוסט אז צו ר' ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר קען מען אלעמאל קומען, און עס איז אלעמאל אפען די טירען, אהן זיך דארפען איינמעלדען פון פריער, און די בארימטע קערעסטירער קאך איז אין פולען שוואונג, צו צושטעלען פיינע פרישע עסען פאר אלע אורחים, ווי עס האט טאקע געווירבעלט מיט פולע געסט וואס זענען געקומען און זיך מחיה געוועהן אין "ר' ישעי'לעס הויז" און ווי אויך האבען געסט גענעכטיגט און געצינדן די מנורה יעדע נאכט אין די הערליכע בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר. מיר האבען יעצט מקדים געוועהן מיט די חנוכה באריכטען און בעזהשי"ת וועט מען צוריקגיין אויף די סדר ווי מיר האלטען אין די טאג בוך בקרוב, ליינט און האט הנאה.

ימי החנוכה

דינסטאג נאכט, ליל א' דחנוכה:

פארנאכטס איז געוועהן א מנין מנחה און מעריב אין קוויטל שטוב,

Kerestir 2 (2).jpg

צווישען מנחה און מעריב האט מען פארקויפט דעם גרויסען זכות פון צינדען די מנורה וואס עס איז געווארען אפגעקויפט דורך איינעם פון די חשובע אורחים וועלעכער האט געצינדען די מנורה ביים פענסטער אינ'ם קוויטל שטוב וואס ווערט גענוצט היינט צוטאגס פאר'ן ביהמ"ד.

 Kerestir 2 (3).jpg

נאך מעריב האט אונזער שליח האברך הח' ר' אלעזר היימליך הי"ו פון אנטווערפען בן הגה"צ אב"ד קאראד שליט"א וחתן הגה"צ אדמו"ר מ'פערמישלאן שליט"א, געצונדען בימים ההם בזמן הזה! אין דעם זעלבען מקום ווי רבותינו הקדושים לבית קערעסטיר זי"ע פלעגן צו צינדען די מנורה. נאך מעריב האבען אלע געסט געצינדען ביי אלע אנדערע טירען פון ר' ישעי'לעס הויז.

 Kerestir 2 (4).jpg

Kerestir 2 (5).jpg

מיטוואך

פארמיטאג האט מען אויפגענומען ידידינו כמר צבי (הערשל) גרינבוים הי"ו פון די איבערגעגעבענע קאך איינגעשטעלטע אין ר' ישעי'לעס קאך, וועלעכע איז געקומען אנפירען ווייטער מיט די עבודת הקודש.

ביינאכט האט כמר הערשל הנ"ל געצינדען די מנורה און מוציא געוועהן עטליכע פון די געסט, ווי נאכדעם האט מען זיך געזעצט צו א סעודת חנוכה און גענעכטיגט אין דעם בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.

Kerestir 4 (6).jpg

ווי אויך איז געוועהן א גרופע בחורים פון ישיבת אורייתא וואס האבען אפגעראכטען די הדלקת הנרות אין דעם הייליגען הויז.

Kerestir 4 (7).jpg

Kerestir 4 (9).jpg

 Kerestir 4 (10).jpg

באישון לילה איז אנגעקומען א גרופע פון ליטווישע אידן וואס –קומענדיג גלייך פון עירפאר"ט- האבען זיי געצינדען די מנורה און נאכדעם סועד געוועהן, און נאכדעם גענעכטיגט אין די בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.

דאנערשטאג:

איבער'ן טאג זענען געוועהן עטליכע באזוכער –טראץ די ימי החנוכה- וואס זענען געקומען און זיך דערקוויקט דאס הארץ מיט די פיינע עסען וואס ווערט צוגעשטעלט נאכאנאנד אהן אפשטעהל.

אינמיטן טאג זענען געקומען עטליכע משפחות מעדת מזרח באזוכען און אויף צו וויילען און פארברענגען עטליכע טעג ספעציעל די הייליגע חנוכה טעג אין אזא מקום קדוש, און זיי האבן געצונדען די מנורה און פארברענגט בשירות ותשבחות א לענגערע צייט מיט א שטארקע מתיקות און השתפכות הנפש כמנהגם, און נאכדעם סועד געוועהן.

ער"ש-שב"ק חנוכה:

פרייטאג צופרי האט מען מקבל פנים געוועהן הרב אברהם זאלדאן הי"ו יו"ר חברת "אתה עמדי" באה"ק, און ווי אויך האט מען אויפגענומען הרב מרדכי שווימער הי"ו פון אנווערפען משגיח כשרות אין אונגארן, וועלעכע זענען געקומען לעשות את השבת אין ר' ישעי'לעס הויז, ואתם עמם איז אויך געוועהן א שיינע חבורה פון עטליכע אינגעלייט און בחורים.

Kerestir 4 (12).jpg

Kerestir 4 (13).jpg 

דער שב"ק איז געפראוועט געווארען מיט א שטארקע דערהויבענקייט, אלע תפילות, הלל, איז געדאווענט געווארען מיט גרויס השתפכות הנפש, אז מען האט זוכה געוועהן מיטצוהאלטען "שבת חנוכה" אין אזא הייליג פלאץ. אזוי אויך זענען די סעודות געוועהן צוגעשטעלט מיט א ברייטקייט ווי אלע געסט האבען זיך מחיה געוועהן און מיטגעהאלטען אזעלעכע געהויבענע שעות של תענוג.

מוצש"ק זענען נאכאמאל געוועהן צוויי מלוה מלכה'ס אזויווי אין די פארגאנגענהייט, תיכף מוצש"ק האט מען פריש צוגעשטעלט אין די קערעסטירע קאך כמנהג רביה"ק ר' ישעי'לע זי"ע פאר אלע חשובע געסט.

די ערשטע מל"מ איז אפגעראכטען געווארען תיכף נאכ'ן צינדן, דורך די געסט וואס האבען מיטגעהאלטען דעם געהויבענעם שב"ק, און די צווייטע מלוה מלכה איז געפראוועט געווארען קרוב לחצות הלילה דורך א חבורה פון לאנדאן וואס איז געקומען צופליען –אזוי ווי אין די לעצטע פאר וואכען- צו פראווענען מל"מ אין ר' ישעי'לעס הויז, ווי עס איז געווארען פריש געדעקט די טישען און פריש צוגעשטעלט לכבודם פון די געסט, און מען האט פארברענגט מיט סיפורי צדיקים לאנגע שעות, און נאכדעם געבליבען אויף לינת לילה אין דעם בנין הכנסת אורחים ד'קערעסטיר.

 Kerestir 4 (14).jpg

Kerestir 4 (15).jpg 

פר' ויגש

זונטאג:

נאך שחרית איז געוועהן צוגעשטעלט א גרויסע פת שחרית פאר אלע חשובע געסט, און נאכדעם האט די לאנדאן'ע חבורה פארלאזט קערעסטיר מיטנעמענדיג די כסדר צוגעגרייטע "צידה לדרך פעקלעך" מיט אלע השפעות טובות.

פארמיטאג איז צוריק געקומען אונזער איבערגעגעבענע קעכער מוה"ר אברהם אבא גרינבוים הי"ו לשרת בקודש אין די "קערעסטירער קאך" און ווי אויך האט מען אויפגענומען א חבורה פון עטליכע געסט בראשות הרה"ח ר' יצחק ניימאן הי"ו משב"ק אצל הרה"ק מ'טאהש זי"ע, ווי הרה"ח ר' יצחק הי"ו הנ"ל האט געצינדען די מנורה, און נאכדעם סועד געוועהן א סעודת ראש חודש און פארברענגט מיט די אנדערע געסט בשירות ובתשבחות.

Kerestir 4 (16).jpg 

Kerestir 4 (18).jpg 

מאנטאג:

איז געקומען באזוכען עטליכע בחורים פון ארה"ק חסידי ברסלב, וועלעכע האבען זיך קוואטירט אין די בנין הכנסת אורחים, און געפראוועט די הדלקת הנרות אין ר' ישעי'לעס הויז, נאכפאלגענדיג מיט א שיינעם סעודת ראש חודש און דאן געבליבען אויף לינת לילה.

דינסטאג:

נאכמיטאג האט מען אויפגענומען מיט כבוד הגה"צ ר' אברהם משה גרויס שליט"א נכד רביה"ק זי"ע ואב"ד קערעסטיר-בערבעשט ב'שיכון סקווירא, וועלעכער איז געקומען אין באגלייטונג פון זיין זוהן הרב ר' דוד שליט"א.

נאך מעריב האט הגה"צ אב"ד קערעסטיר-בערבעשט שליט"א געפראוועט די הדלקת הנרות "ליל זאת חנוכה" ביים זעלבען טיר ווי רבותינו הקדושים לבית קערעסטיר זי"ע פלעגן צינדען די מנורה. עס איז געפראוועט געווארען מיט א שטארקע דערהויבענקייט און התעורורת.

 Kerestir 4 (19).jpg

 Kerestir 4 (20).jpg

נאכן הדלקת הנרות און זמירות האט מען זיך געזעצט צו א סעודת זאת חנוכה, ווי עס איז געוועהן שיין צוגעשטעלט און מען האט פארברענגט מיט דברי תורה און סיפורי צדיקים און זמירות חנוכה, ווי דער רב שליט"א האט נאכגעזאגט א תורה פון זיין גרויסע שווער כ"ק אדמו"ר מהר"ש מ'לעלוב זצ"ל, די קריאה פון זאת חנוכה איז "ביום השמיני נשיא לבני מנשה גמליאל בן פדהצור" דא איז מרומז אז די אידן וואס עס איז ליידער פארגעסען געווארען ביי זיי דאס אידישקייט, האבען היינט (זאת חנוכה) דעם געלעגענהייט צוריק נאנט צו ווערן צום רבוש"ע. ביום השמיני. -זאת חנוכה- "נשיא" איז א לשון פון להתנשא, ולהתרומם, דערהויבען צו ווערן, (ספעציעל) "לבני מנשה" פאר די דאזיגע וואס זענען ליידער פארגעסען געווארען, פאר זיי זאגט מען. "גמליאל" – גם לי ק-ל! האט דער רב שליט"א אויסגעפירט אז ממש די דאזיגע בחינה האט מען געזעהן כל ימיו ביים הייליגען רבי ר' ישעי'לע זי"ע, ער האט אלעמאל זיך געזארגט פאר אלע אידן אפילו פאר די וואס זענען ליידער אוועקגעקערט. האט דער הייליגע רבי זי"ע זיי צוריקגעקערט ווי א דערבארמדיגער טאטע, דורך משפיע זיין פאר זיי רוחניות מיט גשמיות, איז טאקע האי יומא דקגרים אין דעם גרויסן טאג פון זאת חנוכה וואס איז מסוגל פאר כל טוב. עס איז דאך לאו בכל יומא מתרחש צו זיין אין קערעסטיר,-בכלל- איז ווער רעדט נאך "זאת חנוכה צו זיין אין קערעסטיר"-בפרט- און נאך דערצו אינעם ארגינעלען מקום וואו די הייליגע עבודה איז אנגעפירט געווארן, איז דאך עס ממש די שטערקסטע עת-ומקום- רצון. עס האט זיך אנגעזען א שטארקע התעוררות ביים ציבור בלב כל אחד ואחד. נאכען בענטשען איז מען געבליבען אויף לינת לילה אין דעם בנין הכנסת אורחים.

 Kerestir 4 (21).jpg

מיטוואך-זאת חנוכה:

צופרי איז דער רב שליט"א ארויף לציון הק' צוזאמען מיטן ציבור ווי מען האט אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים בהתעוררות רב, ווי די תפילות האבען בוקע רקיעים געוועהן. נאכ'ן זיך אויסבעטען אלעס גוטס איז געוועהן א מנין שחרית מיט הלל אין קוויטעל שטוב.

 Kerestir 4 (22).jpg

נאך שחרית איז געוועהן צוגעשטעלט א גרויסער פת שחרית פאר אלע חשובע געסט, און נאכדעם האבען א חלק געסט וואס האבען פארברענגט די ימי חנוכה אנגעהויבען צו פארלאזען קערעסטיר מיטנעמענדיג די כסדר צוגעגרייטע "צידה לדרך פעקלעך" מיט אלע השפעות טובות.

 Kerestir 4 (23).jpg

פארמיטאג איז געוועהן צוגעשטעלט א סעודת זאת חנוכה אין ר' ישעי'לעס מלוה מלכה שטוב בראשות הרה"ג אב"ד קערעסטיר-בערבעשט שליט"א הנ"ל, ווי אלע געסט האבען זיך געוואשען און פארברענגט מיט א דערהויבענקייט. דער רב שליט"א האט פארגעלערנט בספר הק' עלה שמואל פון הגה"ק אב"ד קראלי זצוק"ל הי"ד חתן רביה"ק זי"ע ווי די קראלי רב זצ"ל ברענגט נאך אז דער שווער דער רבי ר' ישעי'לע זי"ע האט געזאגט פאר'ן פטירה אז ווער עס וועט ווייטער קומען אין די הייליג הויז וועט געהאלפען ווערן ביי אים אין שטוב ווייטער פונקט ווי ביים לעבען, און נאכדעם האט מען מכבד געוועהן די רב שליט"א מיט ברכת המזון על הכוס.

במשך פון דעם טאג האט זיך שוין צוריק אנגעהויבען דער כסדר'דיגער שטראם פון אידן וואס קומען מכל קצוי תבל, ובפרט אין דעם געהויבענעם טאג זאת חנוכה, וואס בעת נעילת שער כאפט מען נאך אריין פון די געוואלדיגע "אורות", בתוכם האט מען אויפגענומען ידידינו האברך ר' אברהם משה ריינער הי"ו וועלעכע איז געקומען לשרת בקודש.

עס האבען זיך דורך געדרייט צענדליגער אידן וואס זענען געקומען צופארען פון איבעראל, מתפלל צו זיין און פארברענגען זאת חנוכה אין ר' ישעי'לעס הויז ווי זיי האבען זיך דערקוויקט פון דעם געהויבענעם אטמאספער. און מתפלל געוועהן אין דעם קוויטל שטוב, דער קאך האט געפיבערט אגאנצען טאג אהן אפשטעהל, כסדר צוצושטעלן פרישע עסן פאר די אורחים וואס זענען געקומען א גאנצען טאג בליעה"ר.

מיטאג צייט איז פארגעקומען א התרגשות'דיגער מעמד שריפות הפתילות אין חצר בית רבינו זי"ע בראשות פונעם רב שליט"א, וואס מען האט אפגעראכטען מיט ריקודין און שירות ותשבחות כנהוג בכמה תפוצות ישראל. עס האט געהערשט א חרדת קודש מגודל קדושת המקום והזמן, ווען מען טרעט ארויס פון אזעלעכע לעכטיגע טעג און ווי אויך אז מען איז זוכה צו זיין און עס אפרעכטען אויף אזא מקום קדוש. עס איז געוועהן א מורא'דיגע התעוררות בשעת די אידן האבען מתפלל געוועהן אז צוזאמען מיט פתילות זאלן פאר-צעערט ווערן אלע צרות ישראל וואו אויך זיך אויסגעבעטען כל משאלות לבם לטובה. אמן

 Kerestir 4 (24).jpg

Kerestir 4 (25).jpg 

נאכמיטאג האט מען אויפגענומען מיט כבוד הרה"ג ר' אברהם פריש שליט"א בן הגה"צ המקובל ר' דניאל פריש זצ"ל בעמח"ס מתוק מדבש, וועלעכע איז ספעציעל געקומען מתפלל זיין אין ר' ישעי'לעס הויז אין דעם טאג פון זאת חנוכה וואס המקום והזמן, איז מסוגל זיך אויסצובעטען כל מילי דמיטב, און האט נאכדעם סועד געוועהן און געדאווענט מנחה און מעריב.

ומנותר קנקנים פון די שיריים פון חנוכה - נעשה נס ווערט א דערהויבנקייט לשושנים פאר כלל ישראל-.

KERESTIR 4.jpg

Kerestir 4 (1).jpg 

Final Kerestir.gif

******

נס גדול הי' שם

ברוך שעשה לי נס במקום הזה, זענען די ווערטער וואס קומען ארויס נאכדעם וואס מען האט מיטגעהאלטען די גרויסע חסדים פון השי"ת די פארגאנגענע מוצש"ק ויגש.

געוועהן איז עס נאך 1:00 פארטאגס אין אוהל הק', ווען איינע פון די גרויסע היטער'ס וואס איז געווארען אינסטאלירט כדי צו ווארעמען אין די קאלטע ווינטער טעג איז פלוצלינג אראפ געפאלן אויף דער ערד פארברענטערהייט און זיך צופיצעלט ארום דעם גאנצען אוהל, און ווען אידן זענען געקומען דעם אנדערען אינדערפרי –זונטאג צופרי- מתפלל זיין האט מען שנעל אלארמירט די וועד הכנסת אורחים מיטצוטיילען וואס עס טועט זיך אפ אין אוהל הק', די עוסקים במלאכת הקודש זענען שנעל ארויף און מסדר געוועהן דעם מקום קדוש און אויפגערייניגט. ביז א קורצע צייט איז דער אוהל הק' געוועהן שיין מסודר צוריק  ווי עס פאסט למקום מנוחת קדשם של רבותינו הקדושים זי"ע.

אזוי ווי די וועד הכנסת אורחים געבט אלעמאל אכטונג נאר צו בויען לעגאל מיט עפראוו'ד פלענ'ס פון די שטאטישע באאמטע און אלעס ווערט אפגעראכטען נאר לויטן געזעץ, האט מען ב"ה נישט געהאט קיין שום לעגאלע עגמת נפש, ווען די פייער דעפארטמענט איז געקומען אינוועסטיגעט'ן, און צוליב די אלטוועלטליכע חגאות איז פארלענגערט דער פראצעדור פון קענען צוריק אינסטאלירען די אלע געברויכען וואס פעלט זיך אויס, אבער ב"ה די לעקטער האבען זיי גלייך דעם אנדערען צופרי צוריק אויפגעעפענט, און דער אייבערשטער האט געהאלפען אז די וועטער די יעצטיגע טעג –ביז עס ווערט צוריק אינסטאלירט- איז נישט אזוי קאלט אז מען זאל זיך באדארפען באנוצען מיט די היטער'ס. עס איז געוועהן א מוראדיגע אפענע נס ווייל מיט א קורצע צייט פריער איז דער אוהל נאך געוועהן פיל מיט אידן וואס האבען מתפלל געוועהן, און נאר ווען יעדער איז שוין געוועהן אינדרויסען איז עס פארברענט געווארען, און ב"ה עס האט נישט געמאכט קיין ספעציעלע שאדען פאר דעם אוהל הק'!

זאל די רבוש"ע ווייטער העלפען דאס די גרויסע זכות פון מרן רביה"ק ישעי' ב"ר משה זי"ע זאל ווייטער מגין זיין, אמן

Fire in Kerestir (1).jpg

Fire in Kerestir (2).jpg

Fire in Kerestir (3).jpg


 

JCN2 - Copy.png

JCN Blast | Phone:212.671.1301E: Blast@Jcnmail.com
A: 5308 13th Ave #105. Brooklyn NY 11219

To Subscribe on our JCN Blast list

Click Here